געטרייַע נאָדלען
אברהם סוצקעווער

 

צום יאָרצייַט פֿון זייער טאַטן, וואָס די וועלט האָט אים גערופֿן מאָנעסקע דער שנייַדער, זענען זיך צונויפֿגעפֿלויגן די צוויי יינגערע שוועסטער, צערטל און צירעלע, בייַ זייער עלטערער שוועסטער וואָס איר נאָמען איז טיליע, אין איר אָפּגעזונדערטן און צעגריזשעטן טורעמל בייַם ים.

טיליע, די עלטערע פֿון די דרייַ שוועסטער, מע קאָן זאָגן :   די עלטסטע, מע קאָן זאָגן : די לעבעדיקסטע, ווינט שוין דאָ אינעם טורעמל בייַם ים פֿון זינט איר גליק איז דערטרונקען געוואָרן.

דאָס איז געשען בייַם אויסצאַנק פֿון איר מיידלשאַפֿט, ווען די ערשטע גרויע האָר האָט זיך געיאַוועט אין צעשפּאָלטענעם שפּיגל, ווי אַ ניט-געבעטענער קרובֿ.

דאָס איז געשען אין דער גאָר אַלטער צייַט, ווען זי האָט אַהער אַריבערגעוואַנדערט פֿון איר היים אין דער ליטע ; אַ צייַט, וואָס מענטשן רופֿן זי אַצינד : פֿאַרן מבול.

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407246

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©