מגילה לידער / דאָס ליד פֿונעם לויפֿער

איציק מאַנגער [1901-1969]

זייַט זשע, יידן, שאַ און שטיל !
מיר פֿאַנגען אָן דעם פּורים-שפּיל

אַ פּורים-שפּיל אין גראַמען,
וואַם האָט טויזנט טעמען.

 

ווער ס'וועט עס ליינען,
וועט ווי אַ ביבער וויינען.

 

און ווער ס'וועט עס הערן,
וועט לאַכן מיט טרערן.

אָט גייען זיי אַלע שטילע,
די העלדן פֿון דער מגילה:

אחשורוש דער קעניג,
וואָס וויפֿל ער טרינק איז אים ווייניק.

 

אסתר המלכה, די גרינע,

און ושתי אין דער קרינאָלינע.

 

מרדכי דער חכם עתיק
און המן הרשע, דער לאַטעק
.

 

זרש די מכשפֿה

וואָס שעלט ווי אַ מגפֿה.

 

ויזתא דער רעדאַקטער,

וואָ    ס האַקט אַ טשייניק האַקט ער.

 

און צווישן די אַלע גרויסע לייַט
שטייט פּאַסטריגתא בייַ דער זייַט.

 

ער וועט אייַך אַליין דערציילן,

וואָס ס'טוט אים נאָגן און קוויילן.

 

הקיצור, די אַלע זאַכן,
אויף צום וויינען און צום לאַכן.

 

וועט איר אין ביכל געפֿינען –

נעמט זיי אייַך גוט אין זינען !

 

און אויב איך זאָג אייַך ליגן...

הערטס און ווערטס אַנשוויגן !

 

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 437635

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©