שלאָף
י. גויכבערג
שאַרט דער אָוונט זיך אַריין
אין פּאַנטאָפֿל שטילע,
קינדיש קעפּל ווי אַ זאַנג
וויגן ווינטעלעך קילע.
אַנגעשפּילט אַ גאַנצן טאָג -
שליסן זיך די ווינעם,
קינדיש קעפּל מיד אַזוי ,
פאַלט אויף מאַמעם קינעם.
מאַמעם לייכטע פליגל-הענט
קוים וואָס זיי באַרירן,
לאָקן ווייכע גאָלענע
ס'ווייסע בעט באַצירן .
צינדט די נאַכט חלומות אָן
אין איר בלויען היכל-
אויף די ליפּעלעך אָפענע
בלעזלט זיך אַ שמייכל.