צו אַ שלאָפֿנדיק יינגל
אברהם גאָנטאָר
איך וואָלט דיך לאַנג שוין אויפֿגעוועקט,
שוין צייַט...
דו שלאָפֿסט אַזוי געשמאַק.
קאָן זיַין, אין חלום ביסט שרעקלעך ווייַט,
כאָטש צו דייַן קינדערש קישעלע
איז צוגעדריקט די באַַק.
אַ ראָזע פּיאַטקע קוקט אַרויס פֿון דעק -
דייַן פֿוס האָסטו נאָך קיינמאָל נישט
פֿאַרשטאָכן,
קיין דערנער וועסטו ניט באַגעגענען
אין וועג,
נאָר שווערע טעג
פֿון פֿראָסטן אינדערוואָכן
עס וועלן נאָך געוויס
אויך קלעקן דיר.
אין חלום פֿליסטו איצט
צו אומבאַקאַנטע שטערן,
און אויב איך זאָל דייַן אַקסל טאָן אַ ריר,
איך וואָלט דייַן זיסן טרוים
געקאָנט צעשטערן.
איז האָלט איך אָפּ די האַנט
און מאַך אַ טראָט צוריק,
אַז אין דייַן חלום זאָל איך זיך ניט מישן ,
זאָל זייַן אַפֿילו יעדע שעה
געזאַלבט פֿון סאַמע גליק,
איך וויל ניט צורויבן בייַ דיר
דאָס מינדסטע ביסל.