המן הרשע קען נישט שלאָפֿן / מגילה לידער
איציק מאַנגער [1901-1969]
,,וואָס שלאָפֿסטו נישט, המן, אַ קלאָג צו דיר?"
,,איך קען נישט שלאָפֿן, ניין!
קוים ווער איך אַנטדרימלט, קומט מרדכי, דער זשיד,
אין חלום צו מיר צו גיין.
ער שטעלט מיר אַרויס אַ לאַנגע צונג :
- נו המן טאַטעלע – וואָס?
דראַפּעסט זיך אויף די גלייכע ווענט
און בלייבסט מיט אַ לאַנגער נאָז.
און ער זאָגט אַ שפּרוך – כאַל, כאַל, כאַל, כאַל –
און גיסט זיך אָן פֿון דער פֿלאַש
אַ קעלישיק בראָנפן און פֿאַרבייסט
מיט אַ הייסן המן-טאַש.
- פאַר דייַן מפּלה, המנשי קרוין,
צי דו ווילסט יאָ, צי ניט –
און ער פֿאָנפֿעט אונטער דער קרומער נאָז
אַ ליד פֿונעם ,,פּינטעלע ייד."
שריי איך : אַרויס פֿון מייַן חלום, זשיד!
זאָגט ער מיר : כ'האָב איך אין דר'ערד!
ווער וועמען האָט עס אַרומגעפֿירט
אין מאַרק אויפֿן מלכס פֿערד?"
,,אוי, המן מייַן מאַן, אַ קלאָג צו דיר,
ביזט דאָך גאָר אַ וואַזשנע כלאָפּ,
אַבי האָסט מייַן טאַטן צוגעזאָגט,
אַז דו האָסט אַ מיניסטער-קאָפּ.
אַז ס'קען אַ קליינער, פּאַרכאַטער זשיד
דיך פֿירן אַזוי בייַ דער נאָז –
מעגסטו שוין קייען, המן מייַן מאַן,
פּאָלאָווע, שטרוי און גראָז."
,,אוי, זרש מייַן ווייַב, הער אויף, הער אויף,
שטעל אָפּ דייַנע ניין מאָס רייד!
וואָס קאָן איך טאָן, אַז די מלכה גייט
אין ספּאָדיק און נישט אין קלייד?"
,,טאָ שאַרט מען זיך צו דער מלכה צו,
המן, דו נאַרישער כלאָפּ,
מען מאַכט איר חנדעלעך, ביז מען פֿאַרדרייט
דער נאַרישער מלכה דעם קאָפּ."
,,ביסט טאַקע גערעכט, אוי, זרש מייַן ווייַב,
כ'בין טאַקע אַ לעקיש-בער,
אָט דאָס מיט דער מלכה איז אַ פּלאַן –
דערלאַנג מיר די הויזן אַהער!"
און המן שמייכלט : ,,וואַרט, מרדכי, דו זשיד,
ס'וועט נאַך זייַן צו דיר אַ קלאָג!"
און מיט טויזנט שפּערלען אין עפּלסאָד
צעזינגט זיך אַ יונגער טאָג.