המן דרייט זיך אין מלכס הויף / מגילה לידער

איציק מאַנגער [1901-1969]

 

פּעטרע, דעם מלכס אַלטער סטרוזש,

קערט דאָס מיסט צונויף –

זעט ער ווי המן הרשע גייט

אַרום אין מלכס הויף.

 

קראַצט דער סטרוזש די פּאטילניצע :

פּאַן האַמאַן איז אויפֿגעבראַכט –

די צייכנס אונטער די אויגן, מען זעט,

מינאַסטאַם נישט געשךאָפן די נאַכט.

 

נעמט דער אַלטער ס'היטל אַראָפּ :

,,אַ גוט מאָרגן דעם האַר !

מיר האָבן דאָ נעכטן אַ ביסל געהאַט

עגמת-נפֿש און צער.

 

מיצי, דער מלכהס קעצל, איר ווייסט,

האָט, מיר נישט דיר נישט, קראַפּירט.

איז וויי, וואָס די מלכה האָט געוויינט

און וואָס זי האָט פֿאַרפֿירט."

 

דרייט המן די שוואַרצע וואָנצעס בייז :

,,טראָג זיף אָפּ פֿון דאַנען, פֿערד!"

און ער שפּרייזט איבערן הויף אַרום

און קלינגט מיט שפּאָרן און שווערד.

 

און המן זעט, ווי די מלכה אַליין

עפֿנט דאָס פֿענצטער אויף

און גיסט דאָס זילבערנע נאַכטגעשיר

אַראָפּ אין מיטן הויף.

 

זאָגט המן הויך : ,,דער מלכה אַ דאַנק

פֿאַר אָט דעם וואַזשנעם לוין!"

און שטיל צו זיך : ,,די זשידוווקע שלאָפֿט

אַפֿילו אין דער קרוין."

 

אסתר שטייט צעטומלט, פֿאַרווירט,

מיטן נאַכטגעשיר אין דער האַנט :

,,אַ גוט מאָרגן צו המן, דעם האַר,

און זאָל אים זייַן באַקאַנט,

 

אַז מירצעשעם שאַבייס-צונאַכסט

מאַך איך אַ מאַסקנבאַל

און ער איז אויך פֿאַרבעטן דאָרט -

ס'וועט זייַן אין גרויסן זאַל."

 

און אסתר מאַכט דאָס פֿענצטער צו

און המן שטייט און לאַכט :

,,פּאַ, דו שיינע עסטעראַ, פּאַ, -

ביז שבת אויף דער נאַכט..."

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 430089

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©