פֿאָנפֿתּא מיט זיינע געזעלן נייען פֿאַר המן אַ מונדיר / מגילה לידער
איציק מאַנגער [1901-1969]
דער אַלטער מיינסטער פֿאָנפתא
שטייט מיטן קריידל אין האַנט :
מ'עט שניידן די אַרבל סקאָסנע,
אַז נישט וועט פֿעלן געוואַנט.
און צו די געזעלן זאָגט ער :
,,נו חבֿרה, טוטס ענק אַ ריר!
אויף מאָרגן מוז פֿאַרטיק ווערן
המנס נייַער מונדיר."
בלישטשען די נאָדלען און זינגען
- ס'איז צוויי אַ זייגער ביי נאַכט –
פֿאַרטראַכט זיך דער אַלטער מיינסטער
און אָט פֿון וואָס ער טראַכט :
די מלכה אסתּר, זאָל לעבן,
מאַכט מאָרגן אַ מאַסקנבאַל
און המן איז אויך פֿאַרבעטן
- צי קען נישט טראַסקען די גאַל ?
דער דאָזיקער רשע, המן,
וואָס שיט מיט גזרות און שיט –
ס'מוז דאָך אַפֿילו אַרן
אַ משומד, נישט נאָר אַ ייד.
צעזינגט זיך לאָזער דער לאַנגער :
,,אַזוי איז די מעשה געווען –
אַ שניידעריונג האָט אין שפּיגל
די מלכה אסתר דערזען.
האָט ער געזאָגט צו דער מלכה :
- קום לאָמיר אַנטלויפֿן קיין ווין
און לאָמיר פֿאַרזעצן דעם דלות
און קויפן אַ זינגער-מאַשין."
זיפֿצט דער מיינסטער : ,,די חברה
האָבן אַ לידל פֿאַרפֿאַסט
אויף דעם אָרעמען פּאַסטריגתא,
ווי פֿאַר שניידעריונגען פּאַסט."
פֿליען און בלישטשען די נאָדלען
- ס'איז שוין אַ זייגער פֿיר –
און מאָרגן מוז פֿאַרטיק ווערן
המנס נייַער מונדיר.
אין דרויסן דאָס לערן-יינגל
צעפֿאָכעט דאָס פּרעסל אין הויף,
פֿליען די פֿונקען און גליען
און בריען די נאַכט אין איר לויף.