מרדכי הצדיק וואַרט אויפֿן שטן / מגילה לידער

איציק מאַנגער [1901-1969]

 

דער אַלטער ר' מרדכי זיצט פֿאַר נאָכט

ביי זיך אין אַלקער און וואַרט :

צי האָט נישט דער שטן, ימח שמם,

אים חלילה אָפּגענאַרט?

 

ר' מרדכי (ס'בלייבט דערוויל אַ סוד)

האָט מיטן שטן אָפּגערעדט,

ער וויל אים וייזן, ווי אַזוי מען דאַרף

אַ שטופּ טאָן המן צום בעט,

 

ווו זי, די מלכה, זאָל זייַן געזונט,

וועט ליגן ניבעטאָ קראַנק

(ר' מרדכי איז נתפּעל פֿון זיך

פֿאַר אָט דעם וואַזשנעם געדאַנק).

 

אַז דער מלך וועט דאָס דערזען,

וועט ער ווערן מלא כּעס

און וועט אַ געשריי טאָן אויפֿן קול :

,,האַטמאַן, וואַס איז דאָס?

 

טשעפּעסט זיך צו דער מלכה גאָר?!

טאָ ליג זשע טיף אין דר'ערד!"

און צו מרדכי הצדיק געווענדט :

,,דאַס איז דאָך אונערהערט."

 

און המן (מרדכי איז זיכער אין דעם)

וועט שוין האָבן אַ וויסטן סוף –

ער פאַרמאַכט די אויגן און זעט בחוש,

ווי מען הענגט דעם רשע אויף.

 

און ער זעט בחוש, ווי דער אַלטער רב

קריכט אויף די גלייכע ווענעט :

"גראַגערסט, יידן, שטאַרקער, געוואַלט!

דער רשע איז געוואָרן פֿאַרלענדט!"

 

נאָר ער – ר' מרדכי – וועט געלאַסן און שטיל

אַ זאָג טאָן : ,,דעם אייבערשטנס נס,

ווי ער האָט דאָס רעדל איבערגעדרייט

כּמעט אין איין מעת-לעת."

 

נאָר ווו איז דער שטן, ימח שמם?

ר' מרדכי זיצט און וואַרט

און אפֿשר האָט דער לאָבוס – האַ –

אים ווידער אָפּגענאַרט?

 

ער האָט בּפֿירוש (ס'בלייבט אַ סוד)

מיטן שטן אָפּגערעדט,

כדי אים צו ווייזן, ווי אַזוי מען דאַרף

אַ שטופּ טאָן המן צום בעט.

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 437642

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©