די מלכּה אסתּר פֿאַסט / מגילה לידער

איציק מאַנגער [1901-1969]

 

אסתר המלכה איז בלייַך און מיד

און ציטערט ווי אין פֿיבער :

געלויבט צו גאָט, נאָך דריטהאַלבן שעה,

און דער תּענית איז אַריבער.

 

דער מלך האָט זי הייַנט געפֿרעגט :

,,וואָס איז דיר, אסתרל? זאָג!

דו גייטס אַרום פֿאַרמאַטערט און בלייך,

און ס'איז דווקא אַ שיינער טאָג."

 

איז גיי דערצייל דעם מלך, דעם נאַר :

-        אדוני מלך, דו ווייסט?

ס'איז אסתּר-תּענית און איך פֿאַסט,

וויל דער פֿעטער מרדכי הייסט.

 

הלוואי זאָל עס זייַן צום גוטן, הלוואי

זאָל עס אויסגיין צו המנס קאָפּ!

ווי ער מאַכט איר חנדלעך, דער הולטייַ,

דער שאַרלאַטאַן, דער זשלאָב.

 

,,מלכּה, זי שייַנען אַזוי ווי די זון,

אַזוי ווי דער מאָנד און די שטערן" –

און יעדעס וואָרט איז כיטרע און פֿאַלש

און זי מוז דאָס אַלץ אויסהערן.

 

ווייַל ס'וויל דער פֿעטער אַזוי, ער זאָגט :

,,לאָז אים נאָר בילן, מייַן קינד –

אַ יעדעס וואָרט פֿון אַזאַ רשע ווי ער

 איז מער נישט ווי שפּרייַ אויף ווינט.

 

דער עיקר : אין דער מגילה שטייט

(אַזוי זאָגט ער שטילעהרהייַט),

אַז המן הרשע וועט נאָך זייַן

אַ חוזק פֿאַר קינד און קייט."

 

אַזוי זאָגט דער פֿעטער מרדכי צו איר

-        און דער פֿעטער מרדכי ווייסט –

און די מלכה טוט אַלצדינג,

ווי דער פֿעטער מרדכי הייסט.

 

אָט האָט זי פֿאַראַטן דעם שניידעריונג,

ווייַל דער פֿעטער האָט געוואָלט,

און פֿאַסטריגתא איז דאָך געווען

אַ שנייַדער-יינגל אַ גאָלד.

 

אָט פֿאַסט זי הייַנט פֿון גאַנץ קאַיאָר,

ווייַל דער פֿעטער מרדכי הייַסט –

דער פֿעטער איז אַ חכם אַ ייד

און דער פֿעטער מרדכי ווייסט.

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 409393

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©