דער זייגער וואָס איבערן קאָפּ / פֿערצנטער עטאַפֿ :
דער  לעצטער  וויכוח
ק. צטניק

איזאָלאַציע-בלאָק.
מען האָט נישט אַרויסגעזען דאַס האָלץ פון די נאַרעס. דאָ איז מער נישט געווען צו דערקענען קיין צורה פֿון אַ בלאָק. אַלץ איז דאָ געווען פֿאַרגאָסן מיט נאַקעטע ביינער. די סקעלעטן האָבן אַלץ צוגעדעקט. זיי האָבן געהאָנגען קופּעסווייז אויף די זייטן-ברעטער פֿון די דרייפֿאַכיקע נאַרעם ביז אַרויף צום סופֿיט. אויבן זענען זיי געקראָכן ווייטער און ווייטער, און צוגעדעקט די בעלקעס-נעץ אונטערן סופֿיט.

איזאָלאַציע-בלאָק.-


בייַ דער קרעמאַטאָריע איז איצט אַ פֿאַרשטאָפּונג. די אויטאָמאָבילן פֿירן נייַ-אָנגעקומענע טראַנספּאָרטן פֿון דער באַן צו דער קרעמאַטאָריע. זיי פֿאָרן הין-און-צוריק, הין-און צוריק. ביז די אויטאָמאָבילן וועלן זיך באַפֿרייען זענען די העפֿטלינגס דערווייל געוואָרן אַריינגעשטופּט אין די דרייַ איזאָלאַציעבלאָקן. מען וועט זיי קומען נעמען ווען בייַ די קרעמאַטאָריע-אויוונס וועט ווערן אַ ביסל פֿרייַער. אפשר הייַנט, אפֿשר מאָרגן. דערווייל זענען זיי דאָ אָפּגעשלאָסן.

איזאָלאַציע-בלאָק.

דאָ איז מער נישטאָ פֿאַר וועמען מורא צו האָבן. דאָ ביסטו שוין באַפֿרייט פֿון די געזעצן וואָס הערשן אין די נאָרמאַלע אוישוויצער בלאָקן. דאָ גיט קיינער מער נישט אויף דיר אַכטונג. דאָ איז מער נישט פֿאַראַן נישט קיין ,,שטובן-דינסט" און נישט קיין בלאָק-עלטעסטער ; נישט קיין קאַפּאָ און נישט קיין לאַגער-עלטעסטער -

איזאָלאַציע-בלאָק.


אַלע האָבן דאָ געשריגן. ווי זיי וואָלטן געוואָלט אין דער לעטער מינוט פֿון זיך לאָזן אַרויסהערן דעם לעצטן רעשט פֿון זייער קול. אויף דער ערד האָט געפֿלייצט אַ געלע איבער-שווענקונג פֿון ביינער ביז איבער דעם ציגל-אויוון. מען האָט גאָרנישט מער אַרויסגעזען. אַלץ פֿאַרגאָסן מיט אַ געלקייט פֿון נאַקעטע ביינער, סייַ אויף די ווענט, סייַ פֿון אויבן, סייַ פֿון אונטן – אַ פֿלייצנדיקער מבול פֿון בייענר.

יעדער האָט זיך געדראַפּעט אַרויף צו די נאַרעס. קיינער האָט נישט געוואָלט דערדריקט ווערן אונטן אויף דער ערד. יעדער האָט געזוכט אַ שטיקל באַקוועם אָרט : אפֿשר וועט מען דאַרפֿן דאָ איבערנעכטיקן. יעדער האָט געוואָלט זייַן שטאַרקער פֿון צווייטן און קריכן איבער דעם צווייטן. אַלע זענען דעקראָכן איבער אַלע. נאַקעטע ביינער פֿון הענט האָבן זיך געדראַפּעט צו דער הויך איבער נאַקעטע ביינער פֿון הענט; איבער נאַקעטע ביינער פֿון פֿיס; איבער נאַקעטע שיידלקעפּ.

הענט געצויגענע צו דער הויך. אַרויף. אַרויף.

יענע, וואָס זענען געלעגן אויבן, האָבן  אַרויסגעשטופּט שטיקער קעפּ דורך די פֿלאַכע פֿענצטער-לעכער און אַרויסגעשריגן מיט קולי-קולות: מען זאָל זיי אַריינגעבן זייערע פֿאָרציעס ברויט פֿון היינטיקן טאָג ! ווייַל אויב מען פֿירט זיי הייַנט נאָכנישט צום פֿאַרברענען – קומט זיי דאָך די היינטיקע פּאָרציע ברויט!

אַנדערע  וואָס  זענען  געלעגן  לעבן  די  ווענט, האָבן  געזעצט  מיט  די  פֿויסטן  אין  די  האָלץ-ווענט,  אַרויסשרייענדיק  דורך  די  שפּאַרונס : די פּאָרציע! די פּאָרציע!!

זיי  האָבן  געשריגן  און  מודיע  געווען  אַז  זיי  וועלן  נישט  שווייגן. זיי  ווייסן  אַז  די  בלאָק-עלטסטע  וועלן  ווי  שטענדיק  דערנאָך  פֿאַר  זיך צונעמען  אָט  די ברויטן  זייערע  פֿון  הייַנטיקן  טאָג,  און  ווי  שטענדיק אייַנטוישן  אויף  ציגאַרעטן.  זיי  האָבן  דערפֿון  שטענדיק  געוווּסט,  אָבער ביז  הייַנט  האָבן  זיי  געשוויגן.  נאָר  איצט  האָבן  זיי  מער  נישט  קיין  מורא. מען  פֿירט  זיי  סייַ  ווי  אין  קרעמאַטאָריע.  איצט  וועלן  זיי  זיך  נישט לאָזן.  זיי  וועלן  שרייען.  זיי  וועלן  מאַכן  געוואַלדן. גיך  זאָל  מען  זיי אַריינגעבן  די  פּאָרציעס ! זיי  פֿאַרלאַנגען  דאָס  וואָס  עס  קומט  זיי.

-- די ראַציע !... די ראַציע !...

אַ צוגעדריקטער מיטן רוקן צו דער וואַנט שטייט פֿערבער, און דער חלום פֿון זיינע צווייאונצוואָנציק יאָר צאַפּלט-אויף, פֿלעמלדיק, אַקייגן זיינע אויגן. פֿון ביז וווּ-ווייט עס דערגרייכט זייַן זכרון האָט ער שטענדיק געהאַט דאָס געפֿיל אַז די בענקשאַפֿט צו קומען קיין ארץ-ישראל איז אַרויס אַ צוזאַמענגעבונדענע מיט אים פֿון זייַן מוטערס טראַכט. אַ גאַנץ לעבן האָט ער זיך געגרייט דעם חלום מקיים צו זייַן. דעם זאַפֿט פֿון זיינע בעסטע יאָרן האָט ער אַוועקגעגעבן דער דאָזיקער אידעע. אויך זייַן שרייַבערישן טאַלענט, די מתּנה פֿון גאָט, האָט ער איר אַוועקגעשענקט. אין געטאָ, ווען אַלץ האָט אויסגעזען צו זייַן פֿאַרלוירן, האָט ער אָנגעהויבן צוגרייטן אַ ווידערשטאַנד קעגן די דייטשן. ער האָט געמאָנט און געוועקט. ער האָט אויפגעוויזן אַז צו פֿאַרלירן איז מער נישטאָ, אָבער ס'איז נאָך פֿאַראַן צו געווינען דעם כּבוד פֿון מענטשלעכן צלם. נאָר דער שיליווער רב האָט קעגן אים געטענהט : ווידערשטאַנד אין געטאָ איז – זעלבסטמאָרד. און על-פּי דין תורת-משה טאָר נישט אַ ייד מיט אייגענע הענט ברענגן אויף זיך דעם טויט.

איצט ליגט דער נאַקעטער שיידלקאפּ פֿון שיליווער רב אַ צוגעדריקטער צו פֿערבערס סקעלעטישן ברוסט-קאַסטן. מען האָט זיי זאַלבענאַנד געשיקט קיין אוישוויץ. צוויי באַזונדערע קעגנגעזעצטע וועלטן. נאָר אין אוישוויץ זענען זיי אַריין אין איין בלאָק; אויף איין נאַרע געלעגן ; צו איין סעלעקציע געשטאַנען ; און איצט גייען זיי צוזאַמען אין קרעמאַטאָריע.

אַ געדראַנג און אַ רעש. וווּ נאָר דייַן אויג פֿאַלט – נאַקעטע סקעלעטן. יעדער סקעלעט זוכט פֿאַר זיך אַן אָרט וווּ זיך צו קאָנען אָנלענען. קיינער וויל נישט אויף זיך טראָגן די מאַסע פֿון צווייטנס ביינער. אַלע ווילן אַרויף. נאָר אויבן זענען אַלע נאַרעס איבערפֿולט, געשטאָפּט. הענט מיט אויסגעשפּרייטע ביינער-פֿינגער ציען זיך צום אַרויף.

-- זייט זיך מודה, שיליווער רב, אַז גאָט פֿון די גלותדיקע הימלען ליגט דאָ איצט צווישן דעם ביינער-הויפן, אַ מוזלמאַן !

די הויט פֿון שילוייער רב'ס פּנים איז באַדעקט מיט אַ מאָדנעם קאָלירטן צרעת. די הויט שיילט זיך ווי דינע שופּן-קאָרע פֿון אַן אויסגעטרוקנטן בוים. און דאָס שיילעכץ איז פֿיל-פאַרביק, גרין-שימלדיק און ראָזאַ-געל. מאָדנע, אַפֿילו איצט, קוקנדיק אויפֿן פּנים פֿון שיליווער רב, זעט פערבער אים נאָך אַלץ ווי ער האָט אויסגעזען אַמאָל מיט דער געדיכטער גאָלד-ברוינלעכער באָרד און אויסגעגלאַנצטע פֿלאַשן-פּאות אַראָפּפֿאַלנדיקע פֿון ביידע זייַטן. ער קאָן זיך נישט פֿאָרשטעלן אַז אָט דאָס יינגליש צרעתדיקע סקעלעטן פּנים איז דאָס פּנים פֿון שיליווער רב. אים דאַכט תּמיד, אַז דער שיליווער רב רעדט צו אים אַרויס פֿון הינטער אַזאַ מאָדנע מאַסק. – וואָס האָסטו געזאָגט, פֿערבער ? פֿרעגט אים דער שיליווער רב.

- איך זאָג אַז עס וועט שוין קיינער קיינמאָל נישט אַרייַנבלאָזן אַ לעבן אין די דאָזיקע ביינער. מיר האָבן געזינדיקט, שיליווער רב ! זייַט זיך איצט מודה ומתודה :

מיר האָבן געזינדיקט !

די אויגן פֿון שיליווער רב הייבן זיך אויף צו פֿערבערן :

- צי זעסטו נישט, פֿערבער, אַז גאָטס גייַסט שוועבט איצט דאָ איבער. אָט דעם חורבן און באַשאַף ? צי פֿילסטו נישט, ווי מיט אונדזער ביינער ראַנגלט זיך איצט יעקב מיטן מלאך ? מיר זענען דער גיד-הנשה אינעם דאָזיקן געראַנגל ! זייַ מייַן קינד, אין דער איצטיקער מינוט זייַ שטאַרק...

הענט האָבן זיך געצטיגן צו דער הויך. אַרויף. אַרויף. נאַקעטע סקעלעטן איבער נאַקטע סקעלעטן. אַ ווילדער געראַנגל פֿון ביינער אויף ביינער. יעדער סקעלעט האָט איצט געקעמפֿט פאַר אַ שטיקל פּלאַץ ווו זיך אַוועקצולייגן. רו, אַ ביסעלע רו.

פֿערבער האָט דערזען דעם סוף. אַ מורא איז אים באַפֿאַלן. אַלע גייען צו דער קרעמאַטאָריע. ער – צווישן אַלע. ער – אַזוי ווי אַלע. ערשט איצט האָט ער דערפֿילט דעם סוף. ביז איצט האָט ער דעם סוף בלויז געזען אויסער זיך – אין דעם אומאויפֿהערלעכן מענטשן-שטראָס, וואָס ציט טאָג און נאַכט פֿון דער אוישוויצער באַן-ראַמפּע ביז צו דער קרעמאַטאָריע.

-  שיליווער רב !... שיליווער רב !...

ער האָט געוויינט.

די געשרייען האָבן זיך געהויבן וואָס אַמאָל שטאַרקער : ,,די ראַציע !..." ,,די ראַציע !" די מוזלמענער האָבן נישט אויפֿגעהערט צו קלאַפּן מיט די הענט אינעם האָלץ פֿון די ווענט, מען זאָל זיי אַרייַנגעבן די פּאָרציע ברויט וואָס עס קומט זיי פֿאַרן היינטיקן טאָג.

די אויגן פֿון שיליווער רב האָבן צו אים געקוקט. און פּלוצלינג : דאָס איז מער נישט געווען דער שיליווער רב אַזוי ווי ער האָט אים געקענט פֿון געטאָ, און אויך נישט דער סקעלעט וואָס איז מיט אים געלעגן אויף די ברעטער פֿון דער נאַרע. דאָס איז געווען – אַ מענטש ! אַ מענטש, אַ נאַקעטער, וואָס וועט באַלד אַוועק אין קרעמאַטאָריע. און אין די אויגן פֿון אָט דעם מענטש האָט פּלוצלינג דערזען, אַן אויפֿגעוויקלטן, דעם סוד פֿון טויט. ער האָט געזען : דאָס וואָס האָט אַמאָל באַלעבט אָט דעם סקעלעט האָט שוין צוריק דערגרייכט צו קיין מקור. קיינער דאָ, אין אוישוויץ, איז מער נישט קיין הערשער איבער דעם. די געלויטערטע דערקענטעניש האָט צו אים אַרויסגעקוקט פֿון ברייט-צעעפֿנטע אויגן פֿון אַ מענטש אין אוישוויצער איזאָלאַציע-בלאָק. ער האָט געפֿרעגט :

 - שיליווער רב ! צוליב וועמען ראַנגלט זיך יעקב מיטן מלאַך אויב זייַנע קינדער זענען נישט אַריבער דעם טייַך, נאָר זיי זענען געבליבן דאָ, אין דער נאַכט ?

- פֿון אָט דער נאַכט וועט יעקב מיט זיך אַרויסטראָגן דעם נאָמען ,,ישראל". דער מאָרגנשטערן וועט פֿריער נישט אויפֿשיינען.

פֿרבער האָט דערזען די ליכט : זייַנע חבֿרים, דאָרט, אין ארץ-ישראל ! ער האָט דערזען די אַנטפּעקונג. בלויז אַן אויגבליק האָט עס גענומען. אַלץ אַרום אים איז איצט געוועט געלויטערט. ער האָט מער נישט געפֿילט אַז ער זיצט אין זייַן סקעלעט. אין אָט דער מינוט האָט ער פֿאַרגעסן אינעם קיום פֿון גוף. די אויגן פֿון שיליווער רב זענען געווען ווי צוויי געעפֿענטע טוירן –

ער איז דאָרט אַרייַן.

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407865

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©