וואונדער איבּער וואונדער – קדיה מאָלאָדאָווסקי

 

אין בראַנזוויל האָט געוואוינט אַ משפּחה.

דער טאַטע הייסט שמואל,

די מאַמע הייסט ברכה,

און דרייַ קינדער, קיין עין הרע,

צוויי יינגלעך און אַ מיידעלע, שרה.

 

איז שרה געווען א ביסל צעלאַזן.

אַ בת-יחידקעלע, האָט זי זיך געבלאָזן.

 

גיט מען איר אַן עפּל-

וויל זי אַ באַר,

גיט מען איר אַ בייגל-

טוט זי אים אַ שאַר.

 

און אַלע טאָג אַ נייער טאַראַראַם:

אָטאָ וויל זי אַ ליַאלקע,

און אָטאָ וויל  זי אַ מאַשין .

און פּלוצלינג וויל זי טשואינג-גאַם.

איז דער טאַטע געפֿאַלן אויף אַן עצה:

מען וועט שרהלען שיקן אין שול און יוצא.

 

האָט מען שרהלען אָנגעטאָן אַ רענצל אויף דער זייַט,

און געשיקט זי אין שול,

זי זאָל ווערן אַ לייַט.

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 409488

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©