אוי, חנוכּה, אוי, חנוכּה
טעקסט: מ. ריוועסמאַן
אוי, חנוכּה, אוי, חנוכּה –
אַ יום-טובֿ אַ שיינער,
אַ לוסטיקער, אַ פֿריילעכער –
ניטאָ נאָך אַזוינער!
אַלע נאַכט אין דריידלעך
שפּילן מיר,
זודיק-הייסע לאַטקעס
עסן מיר !
געשווינדער צינדט, קינדער
די חנוכה ליכטעלעך אָן!
לאָמיר אַלע אין איינעם
דעם יום-טוב דעם שיינעם
באַגריסן און טאַנצן אין קאָן!