דער באבעס לאטקעס
זיסקארטאפל-לאטקעס
5 פונט זיסקארפטאל
גרויסע צוויי אייער
3/4 טעפל רעטשענע מעל מיט הייוון
(אדער ווייס מעל מיט הייוון)
זאמד-צוקער (ווי ס'איז נויטיק צום פארזיסן דעם צימעס)
1/2 לעפל באקפולווער
פון די זיסקארטאפל מאכט א צימעס. מישט-צוזאמען די אלע קאך-באשטאנד-טיילן. באגיסט די פאן מיט בוימל; הייצט-אן די סקאווראדע איבער א מיטלמעסיקער פלאם. פרעגלט און מאכט פלאך די לאטקעס, איבערקערנדיק זיי, ווען זיי ווערן ברוין, הארט און טרעשטשענדיק. סערווירט די לאטקעס צוזאמען מיט א טעלער עפל-צימעס, סמעטענע אדער א געדיכטן צוקער-זאפט (פאווידלע, פאטעקע וכדומה, אזוי ווי ס'איז אייך באליבט).
__________________________________________________________
