די פֿיר קשיות

 

טאַטע , איך וועל דיך פֿרעגן פֿיר קשיות:

פֿאַרוואָס איז אַנדערש די היינטיקע נאַכט פֿון פּסח פֿון אַלע נעכט פֿון אַ גאַנץ יאָר ?

די ערשטע קשיה וועל איך דיך פֿרעגן:

אַלע נאַכט פֿון אַ גאַנץ יאָר, עסן מיר חמץ און מצות, אָבער די נאַכט פֿון פּסח עסן מיר נאָר מצות?

די צווייטע קשיה וועל איך דיך פֿרעגן:

אַלע נאַכט אַ גאַנץ יאָר, עסן מיר אַלערליי גרינסן, אָבער די נאַכט פֿון פּסח עסן מיר נאָר ביטערל גרינסן?

די דריטע קשיה וועל דיך פֿרעגן:

אַלע נאַכט אַ גאַנץ יאָר טונקען מיר ניט אייַן קיין איין מאָל, אָבער די נאַכט פֿון פּסח טונקען מיר אייַן צוויי מאָל?

די פֿערטע קשיה וועל איך דיך פֿרעגן:

אַלע נאַכט אַ גאַנץ יאָר עסן מיר סייַ זיצנדיק, סייַ אָנגעלענט, אָבער די נאַכט פֿון פּסח עסן מיר נאָר אָנגעלענט?

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 408422

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©