שבת, שבת, שבת
פֿאָלקסליד
שבת, שבת,
שבת, שבת, שבת!
זאָל זייַן, יידן, שבת !
שבת זאָל זייַן, שבת זאָל זייַן,
שבת אויף דער גאַנצער וועלט.
יום-טובֿ, יום-טובֿ
יום-טובֿ, יום-טובֿ, יום-טובֿ!
יום-טובֿ זאָל זייַן, יום-טובֿ זאָל זייַן,
יום-טובֿ אויף דער גאַנצער וועלט.
שלום, שלום,
שלום, שלום, שלום!
זאָל זייַן, יידן, שלום !
שלום זאָל זייַן, שלום זאָל זייַן,
שלום אויף דער גאַנצער וועלט.
שבת זאָל זייַן,
פֿריילעך זאָל זייַן!
ליכטיק זאָל זייַן!
יום-טובֿ זאָל זייַן!
שלום אויף דער גאַנצער וועלט.