מייַן מאַמע
מאַני לייב
מאני לייב (ברוסית: Мани-Лейб) הוא שם העט של משורר היידיש מנחם לייב בראהינסקי (Мани Лейб Брагинский; ה'תרמ"ה, 1883, נז'ין, אוקראינה – ה'תשי"ד, 1953, בניו יורק).
מייַן מאַמע איז אַ שיינע און אַ בלייכע
און אַ ווייַסע ווי אַ טויב :
די האָר ווי שניי – צוויי דינע פּאַסמעס
פֿאַלן פֿון איר הויב.
און שבתדיק, אין זייַד אין שוואַרצן,
גייט זי שטענדיק אָנגעטאָן :
אויף אַ גאָלדן קייטל אויף איר האַרצן
איר כּלה-מעדאַליאָן.
און אויגן האָט מייַן מאַמע, גרינע אויגן,
גראָז און זון וואָס רוט :
און אַז זי קוקט אַ מענטשן אין די אויגן,
ווערט יענעם מענטשן גוט.