יידיש
מאַני לייב
די וועלט איז פֿול מיט רעדן,
עס רעדט דאָך יעדע זאָך,
און יעדער אויף זייַן שטייגער,
און יעדער אויף זייַן שפּראַך.
אין ענגלאַנד רעדט מען ענגליש,
און רוסיש אין ראָסייַ
אין שפּאַניע רעדט מען שפּאַניש,
כינעזיש אין קיטייַ.
און יידן – רעדן יידיש,
אין אַלע עקן וועלט,
אין אַפֿריקע דער הייסער,
און אין סיבירער קעלט.
און יידן רעדן יידיש
און יידיש איז דאָך שיין,
און גרינג אַ צוויינטן יידן
פֿאַרשטיין ווי זיך אַליין.