עפֿנט דעם טויער עפֿנט אים ברייט –

 קאַדיע מאָלאָדאָווסקי

 

עפֿנט דעם טויער עפֿנט אים ברייט –

עס וועט דאַ דורכגיין אַ גאָלדענע קייט:

דער טאַטע

די מאַמע

דער ברודער

די שוועסטער

חתן-כלה אינמיטן

אויף אַ גאָלדענעם שליטן.

 

עפֿנט דעם טויער עפֿנט אים ברייט

עם וועט דאָ דורכגיין אַ גאָלדענע קייט:

דער זיידע

די באָבע

דער פֿעטער

די מומע

די אייניקלעך אינמיטן

אויף אַ גאָלדענעם שליטן

 

עפֿנט דעם טויער  עפֿנט אים ברייט

עם וועט דאָ דורכגיין אַ גאָלדענע קייט:

באַרנעם

און עפּל

און האָניק אַ טעפּל

און אַ  לעקאַך אַ געלער

אויף אַ גאָלדענעם טעלער.

 

 

 

 

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 334358

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©