האָבן מיר אַ ניגונדל

ווערטער און מוזיק : נחום שטערנהיים

 

האָבן מיר אַ ניגונדל

אין נחת און אין פֿריידן,

זינגען מיר עס, זינגען מיר עס,

קלינגט עס אַזוי שיין.

דאָס האָט נאָך געזונגען

די באָבע מיטן זיידן,

ווען זיי זייַנען קינדער נאָך געווען.

 

אוי, אוי, אוי, אָט אַזוי זשע

ווי דער ניגון קלינגט אַצינדער,

אַזאַ פֿריילעכס, אַזאַ פֿריילעכס

זינגט זשע קינדער.

אָט אַזוי זשע ווי דער ניגון קלינגט אַצינדער,

אַזאַ פֿריילעכס לאָמיר אַלע גיין.

האָבן מיר אַ ניגונדל

זינגען מיר צוזאַמען,

זינגען מיר עס, זינגען מיר עס,

קלינגט עס אַזוי שיין.

דאָס האָט נאָך געזונגען

דער טאַטע מיט דער מאַמען,

ווען זיי זייַנען קינדער נאָך געווען.

אוי, אוי, אוי, אָט אַזוי זשע

ווי דער ניגון קלינגט אַצינדער,

אַזאַ פֿריילעכס, אַזאַ פֿריילעכס

זינגט זשע קינדער.

אָט אַזוי זשע ווי דער ניגון קלינגט אַצינדער,

אַזאַ פֿריילעכס לאָמיר אַלע גיין.

האָבן מיר אַ ניגונדל

אין מזל און אין ברכה,

זינגען מיר עס, זינגען מיר עס,

קלינגט עס אַזוי שיין.

דאָס האָט נאָך געזונגען

די גאַנצע משפחה,

ווען זיי זייַנען קינדער נאָך געווען.

אוי, אוי, אוי, אָט אַזוי זשע

ווי דער ניגון קלינגט אַצינדער,

אַזאַ פֿריילעכס, אַזאַ פֿריילעכס

זינגט זשע קינדער.

אָט אַזוי זשע ווי דער ניגון קלינגט אַצינדער,

אַזאַ פֿריילעכס לאָמיר אַלע גיין.

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 409485

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©