אַכציק ער און זיבעציק זי

טעקסט און מוזיק: מאַרק וואַרשאַווסקי

 

ס'איז הייַנט אַקוראַט געוואָרן פֿופֿציק יאָר,

ווי זיי לעבן זיך אן איינעם דאָס אַלטע פּאָר.

זיי האָבן זיך געעלטערט, קוקט אייַך צי:

אַכציק ער און זיבעציק זי.

 

גאָט האָט זיי מיט עושר און כּבֿוד באַגליקט,

אין לעבן האָבן זיי זיך קיין מאָל ניט געקריגט.

נאָר ,,גאָטעלע'', און ,,באָבעלע'' רופֿן זיי זיך צי –

אַכציק ער און זיבעציק זי.

 

דער עולם האָט געגומען צו ביסלעך ווייַן.

דעם זיידן מיט דער באָבען אין ראָד אַרייַן

די מומע איז געגאָנגען אַנטקעגן אויף אַ קני –

אַכציק ער און זיבעציק זי.

 

אַזוי האָט מען געהוליעט אַ האַלבע נאַכט,

-         באָבעלע – זאָגט דער זיידע – אַ גוטע נאַכט,

שלאָף מיר געזונט און דעק זיך צי –

אַכציק ער און זיבעציק זי.

 

די באָבע האָט אָנגעהויבן דרעמלען מי אַ מאָל,

איר חלום וועל איך אייַך דערציילן אַן אַנדערש מאָל,

לאָמיר זיי ביידע לאָזן צו רי –

אַכציק ער און זיבעציק זי.

 

 

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 409440

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©