יידיש- אברהם רייזען

 

יידיש, שפּראַַך און לשון מייַן

ווונדער פֿון מייַן בלייַבן זייַן

צווישן פרעמדע דאָ און דאָרט -   

ביזט מייַן היים יעדן אָרט...

ווו איך קום, אָפֿט מאַט און מיד-

קלינגט מיר אויף דייַן

                     היימיש ליד :

דורך מייַן פֿענצטער,

                  ווו ס'זאָל זייַן 

דרינגט דייַן ליד אַרויס,

                         אַרייַן...

און ניט ליד אַלייַן –

                       דייַן וואָרט

 

מיר דערנעענט ווייַטסטן אָרט:

איז מיר ליב וווהין איך קום,

ברידער רינגלען מיך אַרום...

 

ניט נאָר וואָרט - דייַן

                       בוך אַליין,

יידיש בוך, ווי ליב און שיין!

פּרץ, מענדעלע - נאָכאַנאַנד -

ווערט מייַן היים שוין

               יידיש - לאַנד :

 

ניין, קיין פֿרעמדער ערגעץ ניט,

מיט מייַן יידיש וואָרט און ליד :

מיט מייַן צייַטונג-בלאַט און בוך

פֿאָר איך אַלע לענדער דורך...

פֿאָר איך אַלע לענדער דורך!... – 

  

    


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 433469

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©