וועגן פֿיר ברידער דערציילט די הגדה.

זיי לעבן, זיי זענען

ביז הייַנט דאָ מיט אונדז

גלייבט מיר, ס'איז נישט קיין אגדה.

 

 

איינער דער רשע,

ער טוט וואָס ער וויל,

וואָס אייגנס, וואָס פֿרעמדס

אַלץ איז זייַנס.

 

 

דער חכם,ער ווייסט:

ווילסטו באַקומען

טאָ צאָל, ליבער ברודער,

עס קומט גאָרנישט אומזיסט.

 

 

דער דריטער,דער תם,

ער לערנט נישט קיינמאָל.

ער הערט נישט וואָס מענטשן זאַגן

ער טוט וואָס מען הייסט אים.

 

 

דער פערטער – ער קאָן גאָר נישט פרעגן.

ער פרעגט נישט, ער גייט נאָך די פירער

צי ס'איז גוט , צי ס'איז שלעכט

נישט פרעגנדיק גייט ער

און זאָגט נישט קיין וואָרט.

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 295301

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©