ושתיס קלאָגליד : "מגילה לידער"

איציק מאַנגער [ 1969 - 1901 ]

 

וויינט די מלכה ושתי

מיט אַ ביטער געוויין,

וואָס זי מוז אַזוי יונג

פֿון דער וועלט אַוועקגיין:

 

,,מיין טאַטע איז געוועזן

איין מעכטיקער פּאַן,

האָט זיך מיר פֿאַרגלוסט

אַ שיכּור פֿאַר אַ מאַן.

 

מיין טאַטע האָט מיך געוואָרנט:

ניטע, טאָכטער, ניטע!

נעם בעסער פֿאַר אַ מאַן

דעם כראַביע פֿון ליטע.

 

כ'האָב אים נישט געפֿאָלגט,

כ'האָב אים נישט געהערט,

איצט טו איך ליגן

ניין איילן אין דר'ערד.

 

כ'האָב אים נישט געפֿאָלגט,

איצט טו איך באַצאָלן.

פֿאַרנעמטס מייַן געוויין,

איר בערג און איר טאָלן!

 

כ'האָב געפּרעגלט איינגעמאַכטס

און אָנגעפֿילט די סלאָיעס,

איצט מוז איך פֿאַרלאָזן

מייַנע ליכטיקע פּאָקאָיעס.

 

מייַנע ליכטיקע פּאָקאָיעס

מיט די מעשענע בעטן,

די סאַמעטענע קליידער

מיט די טייערע העטן.


 

דער מלך וועט זיך נעמען

אַ יונג, שיין ווייב

און די ווערעם וועלן עסן

מייַן יונג, שיין לייב.

ניטע, תליון, ניטע,

קום נאָך נישט צו גיין,

לאָז מיך נאָך אַ רגע

מיט מייַן ווייטאָג אַליין!

 

לאָז מיך נאָך אַ רגע

מיטן זונפֿאַרגאַנג!

מייַן יונג, שיין לעבן

טוט מיר זייער באַנג.

 

מייַן יונג, שיין לעבן

און מייַנע יונגע יאָר,

מייַנע גילדענע רינגען

און מייַנע גילדענע האָר.

 

ניטע, תליון, ניטע

מאַך נאָך נישט נאַכט,

ביז כ'וועל נישט האָבן

כאָטש איין מאָל געלאַכט.''

 

אַזוי וויינט די מלכה ושתי

מיט אַ ביטער געוויין,

וואָס זי מוז אַזוי יונג

פֿון דער וועלט אַוועקגיין.

 

 

 

  

 די "מגילה לידער" זענען געוואָרן פֿאַרעפֿנטלעכט צום ערשטן מאָל אין וואַרשע אין יאָר 1936.


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 409399

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©