יידיש – אברהם סוצקבר
זאָל איך אָנהייבן פֿון אָנהייב?
זאָל איך ווי אברהם
אויס ברודערשאַפֿט צעהאַקן אַלע געצן?
זאָל איך זיך אַ לעבעדיקן לאָזן איבערזעצען?
זאָל איך אייפֿלאַנצן מייַן צונג
און וואַרטן ביז פֿאַרוואַנדלען
וועט זי זיך אין אבותדיקע
ראָזשינקעס מיט מאַנדלען?
וואָס פֿאַר אַ קאַטאָוועסדיקע
וויצן
דרשנט מייַן פּאָעזיע-ברודער מיט די באַקנבאַרדן,
אַז מייַן מאַמע-לשון גייט באַלד אונטער?
מיר וועלן נאָך אין הונדערט יאָר אַרום דאָ קענטיק זיצן
און פֿירן די דיקוסיע בייַ דעם ירדן.
ווייַל אַ שאלה נאָגט און נאָגלט:
אויב ער ווייס גענוי ווו
די תפֿילה פֿון ברדיטשעווער,
יהואשס ליד
און קולבאַקס
וואָגלט
צו דעם אונטערגאַנג -
טאָ זאָל ער מיר, אַ שטייגער,
אָנווייזן ווהין די שפּראַך גייט אונטער?
אפֿשר בייַ דעם כותֿל מערבי?
אויב אַזוי, וועל איך דאָרט קומען, קומען,
עפֿענען דאָס מויל
און ווי אַ לייב
אָנגעטאָן אין פֿייַערדיקן צונטער,
אַיינשלינגען דעם לשון וואָס גייט אונטער
אַיינשלינגען, און אַלע דורות וועקן
מיט מייַן ברומען!
געשריבן אין 1948, געבוירן-יאָרן פֿון " די גאָלדענע-קייט"