ווידערקול פֿון ירושלים – קאַדיע מאָלאָדאָווסקי

 

ווען קיינער זאָגט עס ניט,

זאָג איך צו זיך אַליין:

ירושלים.

און ס'קומט דאָס ווידערקול

און זאָגט עס נאָכאַמאָל:

ירושלים.

כ'האָב דאָרט אַמאָל געזען

לעבן אַ קליינעם בוים

אַ מלאך שטיין.

כ'האָב אים געפֿרעגט: פֿון וואַנען קומסטו?

האָט ער געזאָגט: - ירושלים.

כ'האָב אים געפֿרעגט : און וואוהין גייסטו,

וואונדערלעכער מענטש?

האָט ער געזאָגט: - ירושלים.

כ'האָב אים געפֿרעגט: וואָס טראָגסטו,

שליח פֿון דער וועלט?

האָט ער געזאָגט: - ירושלים

כ'האָב אים געפֿרעגט: צי האָסטו טרייסט פֿאַר מייַן האַרץ

וואָס איז געוואונדיקט פֿון געבוירן אָן?

האָט ער געזאָגט: - ירושלים.

 

ער איז אַוועק. געבליבן איז דער קליינער בוים,

און די שטים די געטלעכע: - ירושלים.

און ס'קומט דאָס ווידערקול

און זאָגט עס נאָכאַמאָל:

ירושלים

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 409113

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©