קליין און ריין – אליעזר שטיינבאַרג
"קליין און ריין איז אונדזער שטיבל" - אליעזר שטיינבאַרג
קליין און ריין איז אונדזער שטיבל,
ליכטיק איז דאָס אויך,
און פֿון קוימענדל צום הימל
דריידלט זיך אַ רויך.
דריי זיך רויכל, הייב זיך רויכל,
דריי זיך, הייב זיך הויך !
ווו עס דריידלט זיך אַ רויכל
ברענט אַ פֿייַערל אויך.
אויפֿן פֿייַערל עפעס קאָכט זיך
עפּעס דאָרטן זידט.
פֿאַרטיק וועט דאָס באַלד שוין ווערן
פֿאַרטיק אונדזער ליד.