אויפֿן וועג שטייט אַ בוים

 טעקסט : איציק מאַנגער [1901-1969]

מוזיק: פּ. לאָסקאָווסקי

 

אויפֿן וועג שטייט אַ בוים,
שטייט ער אייַנגבויגן;
אַלע פֿייגל פֿונעם בוים
זענען זיך צעפֿלויגן:

דרייַ קיין מזרח, דרייַ קיין מערב,
און דער רעשט קיין - דרום,
און דעם בוים געלאָזט אַליין
הפֿקר פֿאַרן שטורעם.

זאָג איך צו דער מאַמע : ''הער,
זאָלסט מיר נאָר נישט שטערן,
וועל איך, מאַמע, איינס און צוויי
באַלד אַ פֿויגל ווערן''.

''
איך וועל זיצן אויפֿן בוים
און וועל אים פֿאַרוויגן,
איבערן ווינטער מיט אַ טרייסט,
מיט א שיינעם ניגון''.

זאָגט די מאַמע : ''ניטע, קינד'',
און זי וויינט מיט טרערן.
''
קענסט חלילה אויפֿן בוים
מיר פֿאַרפֿרוירן ווערן''.

זאָג איך : ''מאַמע, ס´איז אַ שאָד
דייַנע שיינע אויגן'' -
און איידער וואָס, און איידער ווען,
בין איך מיר אַ פֿויגל.

וויינט זי מאמע : ''איציק קרוין,
נעם, אום גאָטעס ווילן,
נעם כאָטש מיט א שאַליקל,
זאָלסט זיך נישט פֿאַרקילן.

די קאַלאָשן נעם דיר מיט,
ס´גייט אַ שאַרפֿער ווינטער -
און די קוטשמע טו דיר אָן,
וויי איז מיר, און ווינד מיר.

און דאָס ווינטער-לייבל נעם,
טו עס אָן, דו שׁוטה,
אויב דו ווילסט נישט זייַן קיין גאַסט
צווישן אַלע טויטע''.

כ´הויב די פֿליגל - ס´איז מיר שווער,
צו פֿיל, צו פֿיל זאַכן,
האָט די מאַמע אָנגעטאָן,
דעם פֿייגעלע דעם שוואַכן.

קוק איך טרויעריק מיר אַרייַן
אין דער מאַמעס אויגן -
ס´האָט איר ליבשאַפֿט נישט געלאָזט
ווערן מיך אַ פֿויגל..

אויפֿן וועג שטייט אַ בוים,
שטייט ער אייַנגעבויגן,
אַלע פֿייגל פֿונעם בוים
זענען זיך צעפֿלויגן.


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 409494

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©