די מלכה ושתי גייט צו דער תליה : " מגילה לידער"

איציק מאַנגער [ 1969 - 1901 ]

 

,,זעסט, ציפּעלע, מיט יענער גאַס

וועט מען די מלכה פֿירן,

דער מלך האָט זי נעבעך געטאָן

מיט אַ ביטערן טויט שטראַפֿירן.''

 

,,אַ מיצווה! אַז דער מלך רופֿט,

האָט זי געדאַרפֿט צו גיין!

און דו, אַ שטייגער, אויף איר אָרט,

וואָלסט אויך נישט געגאַנגען – ניין?''

 

,,געגאַנגען, וואָס רעדטסטו, רבקה-קרוין?

איך וואָלט ווי אַ פֿויגל געפֿלויגן

און זיך נאַקעט אַוועקגעשטעלט

פֿאַר אַלע שררישע אויגן.

 

און צום מלך וואָלט איך געזאָגט

פּעוונע די דאָזיקע ווערטער:

-         האָסט גערופֿן, אָט בין איך דאָ,

אחשורוש, מייַן באַשערטער.

 

וואָלט דער מלך מיך איינגעהילט

אין זייַן פּורפּור-מאַנטל דעם רויטן

און וואָלט פֿאַרשפּאָרט צו זייַן אין כּעס

און הייסן דעם תליון מיך טויטן.''

 

,,פֿע, דבורה-קרוין, דו רעדטסט נישט שיין.

מען טאָר נישט אַזוי ריידן.

אַ מיידל, וואָס רעדט אַזוינע רייד,

האָב איך געהערט פֿונעם זיידן...''

 

,,מאַכטס אַ וואַרע!'' – די מלכה גייט

אַנטקעגן דער שטראָף, דער האַרבער,

און איבער איר יונגן, שיינעם קאָפּ

פליט אַ יונגער שפּאַרבער.

 

זי גייט מיט שטילע, געמאָסטענע טריט,

נאָר אירע אויגן ריידן

שטיל און טרויעריק צו אַלע די

שניידעריונגען און מיידן:

 

,,איך גיי אויף אייביק אַוועק פֿון הי,

אויף תמיד אַוועק פֿון דאַנען,

נאָר אַז עץ וועט שפּילן דעם פּורים-שפּיל,

זאָלט עץ מיך צום גוטן דערמאַנען!''

 

,,מאַכטס אַ וואַרע!'' – די מלכה גייט

אַנטקעגן דער שטראָף, דער האַרבער,

און איבער איר יונגן, שיינעם קאָפּ

פֿליט אַ יונגער שפּאַרבער.

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 409375

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©