"אין דעם לאַנד פֿון פּיראַמידן"
ווערטער: דוד עדלשטאַדט
מוזיק:
אין דעם לאַנד פֿון פּיראַמידן
געווען אַ קיניג בייז און שלעכט,
זייַנען דאָרט געווען די ייִדן
זייַנען דינער,זייַנע קנעכט.
קינדער האָט דאַן פֿאַמויערט
ווען אַ ציגל האָט גאפֿעלט.
ווער ווייס ווי לאַנג עס וואָלט געדויערט
אָט די וויסטע שקלאַפֿנוועלט -
ווען אין לאַנד פֿון פּיראַמידן
וואָלט ניט זייַן אַ גרויסער העלד,
וועלכער האָט געקעמפֿט פֿאַר ייִדן
מיט זייַן חכמה און זייַן שווערד.