דאָס ברויטעלע / ש. וואַסערמאַן

מוזיק:

 

דער טאַטע האָט אַ ברויטעלע

אין שטיבעלע געבראַכט;

איז דאָס ברויטעלע נאָר איינס

און מייַלער זענען אַכט.

גיט די מאַמע דאָס ברויטעלע

אויף שטיקעלעך אַ שניט,

איינעם גיט זי ס'רעפֿטעלע

אַ צוויטן פֿון דער מיט.

 

און פֿאַרן סאַמע פּיצעלע

וואָס האָט נאָך ניט קיין ציין.

איז גענוג פֿון ברויטעלע

די סקאָרינקע אַליין.

און אזוי האָט דאָס ברויטעלע

די מאַמע אייַנגעטיילט,

קנאַקן אַלע ציינדעלעך,

זיי טאַנצן אַזש פֿאַר פֿרייד.

 

קנאַקן אַלע ציינדעלעך,

נאָר: כאַ, כאַ, כאַ – ווי שיין,

ס'האָט די גוטע מאַמעניו

פֿאַרגעסן זיך אַליין!

ווייַל דער טאַטע האָט אַ ברויטעלע

אין שטיבעלע נאָר איינס

און מייַלער זענען אַכט...

 

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 409471

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©