רבּ אמנון

(אַ מעשה פֿון מיטל-עלטער)

 

די מעשה איז געשען מיט אַ סך הונדערטער יאָרן צוריק.

אין דייַטשלאָנד,אין דער שטאָט מייַנץ, האָט געלעבט אַ גרויסער רבי מיטן נאַמען רב אמנון.

רב אמנון איז געווען זייער געלערנט און קלוג.

האָט פֿירשט פֿון שטאָט ליב געהאַט צו ריידן מיט רב אַמנונען.

דער פֿירשט האָט שטענדיק  גערעדט צו רב אמנונען אַז ער זאַל זיך שמדן.

רב אַמנון האָט געענטפֿערט אַז ער וועט בלייַבן אַ ייִד.

דער פֿירשט פֿלעגט אַ ווייַלע ווערן אין כּעס, אָעבר ער האָט דאָך שפּעטער ווידער גערופֿן רב אַמנונען צו זיך און ווידער געשמועסט מיט אים.

איין מאָל איז דער פֿירשט געווען זייער בייז. ער איז צוגעשטאַנען צו רב אַמנונען אַז ער מוז זיך שמדן, אַניט וועט ער אים פֿאַרטרייַבן פֿון שטאָט. האָט רב אַמנון אַ זאָג געטאָן :

- " זאָל דער פֿירשט מיר געבן דרייַ טעג זיך צו באַטראַכטן. אין דרייַ טעג אַרום וועל איך קומען צום פֿירשט און אים געבן אַן ענטפֿער".

    ווען רב אַמנון איז געקומען אַהיים, האָט אים זייער שטאַרק פֿאַרדאָסן, פֿאַר וואָס ער האָט אַזוי געעטפֿערט דעם פֿירשט. וואָס הייסט – ער דאַרף זיך באַטראַכטן ?

     האָט ער דען דאָ וואָס צו טראַכטן ? ווייס ער דען ניט, אַז ער וועט קיין מאָל זיך ניט שמדן ? פֿאַר וואָס זשע האָט ער געגעבן אַזאַ ענטפֿער ? איז רב אַמנון געווען זייער טרויעריק.

     ווען די דרייַ טעג זייַנען פֿאַרבייַ, איז רב אַמנון ניט געגאַנגען צום פֿירשט. האָט דער פֿירשט געשיקט זייַנע מענטשן רופֿן רב אַמנונען. אָבער רב אַמנון איז ניט געגעאַנגען. איז דער פֿירשט געוואָרן זייער אין כּעס און געהייסן זייַנע מענטשן, זיי זאָלן איבער גוואַלד ברענגען רב אַמנונען צו אים. האָט דער פֿירשט געפֿרעגט :

-  " פֿאַר וואָס האָסטו ניט געהאַלטן וואָרט און דו ביסט ניט געקומען צו מיר ? איך וועל דיך אַזוי באַשטראַפֿן אַז אַלע וועלן וויסן, ווי אַזוי מע מוז האַלטן וואָרט ! "

    האָט רב אַמנון געענטפֿערט :

-         "איך וועל אַליין זאָגן, ווי דער פֿירשט זאָל מיך באַשטראַפֿן : די צונג וואָס האָט געזאָגט אַ ליגן זאָל אָפּשניטן ווערן ! "

-         " ניין !" – האָט געענטפֿערט דער פֿירשט – " די צונג האָט ניט געזאָגט קיין ליגן און מע דאַרף זי ניט באַשטראַפֿן. דייַנע פֿיס האָבן ניט געפֿאָלגט

 

און זיי זייַנען ניט געקומען צו מיר – זיי וועל איך לאָזן אָפּהאַקן ! "

 

און דער פֿירשט האָט געהייסן אַז מע זאָל אָפּהאַקן רב אַמנונען ביידע פֿיס.

ווען רב אַמנון איז געקומען צו זיך, איז ער געווען צופֿרידן : ער האָט געזינדיקט און איז געוואָרן באַשטראַפֿט ! איצט איז ער געווען רואיק.

 

     אין אַ פּאָר טעג אַרום איז געווען ראָש-השנה, האָט רב אַמנון געהייסן אַז מע זאָל אים טראָגן אין שול אַרייַן. אין שול האָט רב אַמנון געזאָגט אַ נייַע, זייער שיינע תּפֿילה. זי איז זיי געפֿעלן געוואָרן, און פֿון דעמאָלט אָן, ווען עס קומט ראָש-השנה, זאָגט מען די זעלביקע תּפֿילה, זי הייבט זיך אָן מיט די ווערטער : "לאָמיר דערציילן די הייליקייט פֿון דעם טאָג וואָס ער איז פֿאָרכטיק און שרעקלעך".

יידן האָבן קיין מאָל ניט פֿאַרגעסן רב אַמנונען וואָס האָט אַזוי טייַער געהאַלטן זייַן גלויבן.

 

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407856

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©