ו ו י ג ל י ד
י.י. סיגאַל
שלאַף מייַן יינגעלע, מייַן טייַערס,
דו מייַן יונגער טרייסט,
מיט זייַן לעבן האָט דייַן טאַטע
אונזער הייליק לאַנד דערלייזט.
ניין, ניין, נישט געפֿאַלן איז ער
ער האַט זיך דערהויבן הויך,
און דעם כּבֿוד פֿונעם פֿאַלק דערהויבן
דיינעם, קינדס מייַנס, אויך !
ס'וועט זייַן מוט און אויך זייַן גבֿורה
אויף אונדז האַלטן אייביק וואַך,
אַזוי ווי די בלאָע נאַכט אין טיפֿן הימל
הויך דאָ אַריבערן דאַך.