אַ מאָל

אריה פאָזי

אַמאַל פֿלעגן מאַמעס בייַ וויגעלעך

דאָרט זינגען מעשיות פֿון ציגעלעך ,

וואָס זיינען געפֿאָרן האַנדלען,

געברכאַכט פֿיל ראָזשינקעס מיט מאַנדלען.

 

און הייַנט וויל עס דינהלע ניט הערן,

ווייַל ס'ציגעלע וויינט מיט ביטערע

                                    טרערן  ---

פֿאַרכאַפּט האָבן רייַכע די מאַנדלען,

ניט געלאָזן קיין ראָזשינקעס צו האַנדלען.

אייַ-ליו, ליו, ליו, ליו, ליו, ליו...

מאַך די ליכטיקע אייגעלעך צו –

אייַ-ליו, ליו, ליו, ליו, ליו, ליו...

אַ , וואַקסן זאַלסטו שטאַרק, געראַטן,

אויף ציגעלעך זיך מער ניט באַראָטן,

זאַמל כּוחות דורך שלאָף און רו,

מאַך די ליכטיקע אייגעלעך צו.

 

 

פֿון אַלטקייט קרישלען זיך מויערן,

און דו--- פֿון נייעם וועסט זייַן די בויערן,

וועסט אַַ נייעם סדר שליסן,

פֿאַר קינד און קייט צו געניסן.

 

 

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 409431

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©