דער זייגער וואָס איבערן קאָפּ

ק. צטניק [1909-2001]

 

נייַנטר עטאַפֿ:

אַ מענטש ליגט אויפֿן ציגל-אויוון

 

לאַנג איז דער בלאָק, און לאַנג דער ציגל-אויוון. ליידיק און לער. בלויז אין דער מיט טיילט דער גוף פֿון אַ מענטש אַדרוך דעם אויוון ווי אַ רייף.

ער איז פֿאַרטיק.

זייַן בויך – איבערגעוואָרפֿן אויפֿן אויוון. די הענט נידערן אַראָפּ אויף איין זייַט פֿון אויוון, און די פֿיס אויף דער אַנדערער זייַט פֿון אויוון. די שטובן-דינסט האָבן אים צוגעגרייט. ער איז פֿאַרטיק. מען וואַרט. באַלד וועט זיך עפֿענען דאָס טירל פֿון בלאָק-שטיבל. פֿראַנצל, דער בלאָק-עלטעסטער, וועט פֿון דאָרט אַרויסקומען מיטן שטעקן.

ליידיק און לער. פֿון די נאַרעס, אויף ביידע זייַטן בלאָק, קוקן העפֿטלינגס ווי צוזאַמענגעדרוקטע עופֿות-קעפּ דורך דער דראָט-נעץ פֿון זייַערע שטייגן. שטייגן – אויסגעשטעלטע לענגאויס די ווענט. פֿון אונטן ביז צום סופֿיט. פֿול-פֿול מיט עופֿות.

אַ מענטש ליגט איבערגעוואָרפֿן אויפֿן אויוון.

 

פֿונדאַנען זעסטו נישט זייַן קאָפּ. פֿונדאַנען זעסטו בלויז דעם נאַקעטן אונטערטייל פֿון זייַן לייב ; די אַראָפּגעלאָזענע הויזן, וואָס דעקן-צו אויף דער ערד די באָרוועסע פֿיס-לעפֿל ; די צוויי גריבער פֿון זייַן נאַקעטן געזעס ; צוויי לאַנגע פֿיס-ביינער ווי לאַנגע שטרויען – געלע לאַנגע שטרויען.

מען וואַרט.

פֿון אָנהויב בלאָק דערנענטערט זיך דער בלאָק-עלטעסער. דו הערסט דעם קריץ פֿון זייַנע שטיוול-טריט. די ערד בוקט זיך צו זייַנע פֿיס. ער קומט-צו ביז צו דעם וואָס ליגט און וואַרט אויף זייַן אָנקום ; ער גייט אים פֿאַרבייַ, און דרייט זיך באַלד אויס, כּדי דער שטעקן אין זייַן רעכטער האַנט זאָל אויסקומען אַקייגן דעם געלן נאַקעטן לייב. ער לאָזט אַרגע פֿאַלן זייַן בליק אויף דעם גוף ווי אין צירק דער צויבערער, שטייענדיק פּנים-אל-פּנים מיט דער צוגעגרייטער זאַך פֿון וועלכער ער דאַרף באַווייזן אַ קונץ. ער הויבט באַלד צוריק אַרויף דעם בליק. ער קוקט זיך אַרום צו די אָנגעפֿילטע נאַרעס, פֿון דער ערד ביז צום סופֿיט. ס'איז זייַן. זייַן בלאָק. אַלע פּראָזשעקטאָרן פֿאַלן איצט אויף אים. אַלע אויגן – צו אים געווענדט. ער איז איצט איינער אַליין אויף דעם ווייסן צירקטעלער. ער, און די זאַך – דאָס מעדיום.

ער שאַרצט אַרויף דעם אַרבל אויף זייַן האַנט. דער ווייסער שטעקן, אַן אויסגעצויגענער אין זייַן פּויסט. ער קוקט זיך בשעת מעשה אַרום. הויבט אַרויף די אויגן הויך, הויך. אויבן. אין די אויבערשטע נאַרעס, ווו די קעפּ רירן אָן אינעם סופֿיט : צי קוקן אַלע ? צי איז נישט איין פּלאַץ דאָרט לער ?

ער שאַרצט און פֿאַרבייגט דעם אַרבל פּאַמעלעך. דער ווייסער שטעקן, אַן אויסגעצויגענער אין זייַן פּויסט. פֿראַנצל האָט אים געברענגט פֿון דער באַן-ראַמפּע, ווו ער האָט אים אַרויסגענומען פֿון דער האַנט פֿון בלינדן. אַגוטער שטעקן, צעברעכט זיך נישט. צו וואָס דאַרף אַ בלינדער אין אוישוויץ אַ שטעקן ? דער אויטאָמאָביל, אויף וועלכן מען האָט אים אַרויפֿגעוואָרפֿן, קאָן דעם וועג צום קרעמאַטאָריום.

אַ מענטש ליגט אויפֿן ציגל-אויוון.

וואָס האָט ער געקאָנט זינדיקן ? אפֿשר האָט ער מיטאָג-צייַט געקויפֿט בייַ אַ שטובן-דינסט אַ פּאָרציע וואַסער-זופּ פֿאַר דער ברויט-פּאָרציע, און אָוונט-צייַט, בייַם אויסטיילן דאָס ברויט, האָט ער זייַן פּאָרציע אַראָפּגעשלונגען ? – אָבער ער האָט דאָך געוווסט וואָס דערוואַרט אים פֿאַר נישט אַוועקגעבן די פּאָרציע ברויט !

אפֿשר האָט ער געשטאָנעט אין בלאָק בשעת דער בלאָקשפּערע ? – אָבער ער האָט דאָך געוווסט וואָס עס דערוואַרט אים פֿאַר שטאָנען אין בלאָק !

וואָס האָט ער קאָנט זינדיקן ?

פֿונדאַנען זעסטו נישט דעם קאָפּ. פֿונדאַנען זעסטו בלויז דעם נאַקעטן אונטער-טייל. אָט איז ער – דער אַנטבלויזער אונטער-טייל פֿון מענטש ! דער טייל פֿון גּוף וועלכן דו האָסט אַממערסטן צוגעדעקט ;

דער טייל פֿון גּוף וואָס איז בייַ דיר אַממערסטן אינטים ;  דער טייל פֿון גּוף וואָס איז ווי דייַן קדשי-קדשים – גאָט פֿון ליבע האָט דאָרט אַנטפּלעקט זייַן פּנים צווישן די אויסגעשפּרייטע פֿליגל פֿון צוויי כּרובֿים.

אָט איז ער – דער אויפֿגעדעקטער גּוף-אונטערטייל פֿון אַ מענטש ! ער ליגט אויפֿן ציגל-אויוון אין אַ בלאָק פֿון אוישוויץ.

גּוף ! ווער ביסטו ?

צי האָסטו, גּוף, געהערט צו אַ מאַן אין זייַן פֿרילינג, צעשטראַלט ווי אַ יונגער זון-גאָט אין פֿרימאָרגן פֿון חודש מאַי ?

צי האָסטו, גּוף, געהערט צו אַ מאַן אין דער צייַט פֿון זייַן פֿולער צעבליטקייט ; אַ צעשפּילטער אַפּאָלאָ, צו וועמען פֿרויען אויגן האָבן זיך געהויבן מיט תּפֿילה אין האַרץ ?

צי האָסטו, גּוף, געהערט צו אַ מאַן – רייף ווי שטאַרקער וויין, קרעפֿטיק-באַלאָדנט מיט כּוח, ווי פֿולע שייערס אין סוף-זומער ?

פֿונדאַנען זעט מען נישט דעם קאָפּ. פֿונדאַנען זעסטו בלויז זייַן אויפֿגעדעקטן אונטער-טייל : געלע גריבער, חרובע, אָנשטאָט די צוויי עפּל-העלפֿטן פֿון געזעס ; און אָנשטאָט די צוויי פֿולע לעיק'עס פֿון פֿיס-אויבערשענקלען – צוויי דינע, לאַנגע שטרויען, אָפּגערוקטע איינער פֿון אַנדערן. אַ ברייטער חלל. דער מענלעכער אייער-זאַק הענגט צווישן זיי אַראָפּ ווי אַ לאַנגע, ליידיקע בעטלער-טאָרבע, און די רויטע ציגל פֿון אויוון קוקן אַרויס פֿון ביידע זייַטן.

אָט איז ער – דייַן קדשי-קדשים! אויפֿגעריסן און געשענדעט ! רויטע

 ציגל פֿון אוישוויץ-אויוון – אָנשטאָט די לויטערקייט פֿון דער שכינה !

דער שטעקן הויבט זיך אַרויף : קוקט אַלע, - אַ קונץ ! אָן שום

אויגן- פֿאַרבלענדעניש. דער אַרבל איז אַרויפֿגעשאַרצט. קוקט : אָט ליגט פֿאַר אייַך אַ לעבן. אַיאָ ? באַלד וועט איר זען – דער שטעקן מאַכט אַ ווייַס-פֿליענדיקן דרייַ-פֿערטל ראָד אין דער לופֿט, שניידט זיך אַרייַן אין די צוויי געלע געזעס-גריבער. בלייבט ליגן אויף דער מעטע!

די צוויי פֿיס גיבן זיך אַ טרייסל ווי אַן עלעקטרישער שטראָם וואָלט זיי אַדורכגעלאָפֿן. נאָר יעדער פֿוס איז צוגעבונדן צום אייזערנעם האָק פֿון אויוון, אויף דער צווייטער זייַט איז ווידער יעדע האַנט, באַזונדער, אָט-אַזוי צוגעבונדען.

אָט ליגט פֿאַר אייַך אַ לעבן –

נאָך דעם צוואַנציקסטן מאָל – ווען אָט דער ווייַסער שטעקן וועט צוקומען צו דער נאַקעטער מעטע – וועט נישט זייַן מער קיין לעבן! דער אַרבל איז אַרויפֿגעשאַרצט. נישטאָ קיין שום

אויגן-פֿאַרבלענדעניש. בייַם צענטען מאָל וועלן די פֿיס מער נישט קיין דריגע טאָן. בייַם פֿינפֿצעטן מאָל וועט דער קאָפּ-שאַרבן זיך ווידער אַ הויב טאָן, ווי אַן אויפֿגעוועקטער פֿון שלאָף. און שוין – אויס ! דער געלער סקעלעט וועט דערנאָך ליגן אַן אויסגעליידיקטער. דאָס לעבן וועט שועבן פֿון דרויסן, אין דער לופֿט, איבער אים. איר וועט עס זען! איר וועט עס זען!

אָט אַ קונץ פֿון אַ ווייסן אַז שטעקן!

אַ שטעקן וואָס האָט באַגלייט, אונטערגעשפּאַרט, און געפֿירט אַ מענטשלעך לעבן ערגיץ אויף אַן אַנדערער וועלט.

אָט אַ קונץ פֿון אַ שטעקן! קיין שום אויגן-פֿאַרבלענדעניש. דער אַרבל איז אויפֿגעשאַרצט.

נאָר אַלע ווייסן אַז דאָס איז פֿאָרט אַן אויגן-פֿאַרבלענדניש. ווייַל אין יענער רגע, ווען אָט דער גוף האָט געשטאָנעט אין בלאָק בשעת דער בלאָק-שפּערע – איז דאָס לעבן פֿון אים אַרויס. נישט איצט. דעמאָלט. ער האָט עס געפֿילט נאָך דעמאָלט. ער האָט עס געוווסט. אַלע האָבן עס געוווסט.

אָט ליגט פֿאַר אייַך אַ לעבן. פֿונדאַנען זעסטו נישט זייַן פּנים –

לעבן! לעבן! ווער ביסטו?

צי האָסטו געהערט צו אַ נייַעם אויפֿגייענדיקן זיגמונד פֿרויד?

צו אַן איינשטיין?

פֿונדאַנען זעט מען נישט זייַן קאָפּ. פֿונדאַנען זעט מען בלויז זיין נאַקעטן אויפֿגעדעקטן
אונטער-טייל.

זאָג, לעבן! געבונדס אויפֿן ציגל-אויוון אין אוישוויץ - ווער ביסטו געווען ?

זאָג, דו איינשטיין, פֿון דרויסנדיקער וועלט ! צי וואָלסטו דיך געקאָנט אַיינהאַלטן און נישט שטאָנען בשעתן "בלאָק-שפּערע" אין אוישוויץ?

זאָג, דו פֿרויד, פֿון דרויסנדיקער וועלט ! ווען דו וואָלסט נישט באַצייַטנס אָנטלאָפֿן, צי וואָלסטו נישט איצט געלעגן אַ געבונדענער מיט אַראָפּגעלאַזטע הויזן אויפֿן ציגל-אויוון פֿון אוישוויץ?

לעבן! לעבן! ווער ביסטו ?

פֿון די נאַרעס, אויף ביידע זייַטן בלאָק, קוקן העפֿטלינגס ווי צוזאַמענגעדריקטע עופֿות-קעפּ דורך דער דראָט-נעץ פֿון זייַערע שטייגן ; שטייגן אויסגעשטעלטע לענגאויס די ווענט.

פֿון דער ערד ביז צום סופֿיט -

אַ מענטש ליגט אויפֿן ציגל-אויוון.

 

 

 

 

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407861

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©