אין וואַרשעווער געטאָ
אין וואַרשעווער געטאָ
שטייט אַ מאָנומענט
פֿון שטיין אויסגעהאַקט
צוויי יידישע הענט.
אַרום איז אַ חורבּן,
קיין זכר פֿון ווענט.
מע זעט נאָר צוויי פֿויסטן,
צוויי יידישע הענט.
עס שוועבּט אַ לעגענדע
אַרום אָט די הענט.
און ס'בּרענט דאָרט אַ פֿייַער,
עס בּרענט און עס בּרענט.