יזכּור ליכט
מאַשע שטוקער-פּאַיוק
נישט קיין ליכט פֿון שבּת יום טובֿ
צינדן מיר בּייַ אונדז הייַנט אָן
ליכט פֿון טרויער, פֿון דערמאָנונג
נאָך די קדושים זעקס מיליאָן.
זיידעס, בּאַבּעס, טאַטעס, מאַמעס
מיט די קינדערלעך בּאַנאַנד
אַלע, אַלע אומגעקומען
פֿון דעם רשעס מערדער האַנט.
גרויסע, ווייַסע זעקס ליכט בּרענען
און אין שטובּ איז חושך שוואַרץ.
טייַערע געשטאַלטן, נעמען
לויכטן אויף אין יידנס האַרץ.
מיר געדענקען שוועסטער, בּרידער,
יזכּור ליכט מיר צינדן אָן.
זאָלן אויפֿלעבּן דאָ ווידער
אין אונדזער מיט די זעקס מיליאָן.