יום טובֿ –

 ה. לייוויק (1888-1962)

 

דער טאַטע פֿירט מיך פֿאַר אַ האַנט אין שול.

דער טאָג איז פֿרימאָרגנדיק-זוניק,

דער טאָג איז – יום-טובֿ.

 

מייַן האַנט – אין דער רעכטער האַנט פֿונעם טאַטן:

מייַן האַנט – אַ הענטל,

און דעם טאַטנס – אַ גרויסע, אַ וואַרעמע,

אַ זיכערע אין הייליקייט פֿון רו,

באַשיצט און באַהיט פֿון גאָט ברוך הוא.

דער טאָג איז – פּסח.

 

מיר שפּאַנען איבערן פֿרייַען אָפּגעליידיקטן מאַרק.

דער טאַטע גייט, און איך שפּרינג אונטער.

זייַנע שמאָלע אַקסלען הייבן זיך צום הימל,

זייַן רויטע באָרד שמייכלט צו דער זון.

דער טאַטע גייט, און איך טאַנץ אונטער,

מייַן קליינער שאָטן טאַנצט אַרייַן אין זייַנעס,

מייַן קליינער שאָטן דערגרייכט קוים זייַנע קני.

דער טאַטע איז הייַנט מילד ווי יום-טובֿ.

 

אַלע קראָמען אין שטעטל – געשלאָסן,

אָבער דער מאַרק אַליין איז רחבֿותדיק אָפֿן

צו אַלע פֿיר זייַטן.

אַלע שטיבלעך שטייען, אויסגעגלייַכט ליכטיק,

געבענטשטע אין חסדיקער רו,

פֿאַרטרויטע אין דער האַנט פֿון גאָט ברוך הוא,

ווי מייַן הענטל אין דער האַנט פֿונעם טאַטן.

 

כ'בין אַלט געווען פֿינף יאָר,

און דער טאַטע איז אַל געווען – אייביק.

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 197221

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©
0