גאָט פֿון אַבֿרהם - אפֿרים אויערבאַך ( 1892 - 1973 )

 

גאָט פֿון אַבֿרהם, פֿון יצחק און יעקבֿ,

דער ליבער שבת גייט אַוועק,

נאָר סע בלייַבן וואַרעמע געדאַנקען

פֿאַר די וואָכעדיקע טעג.

 

מיר שפּאָרן-אָפּ אַ קוואַל מיט אמונה

פֿאַר דער וואָך, וואָס אויף די שויבן גרויט,

אַז מיר זאָלן שעפּן פֿון זייַן ליכטיקן ברונעם

אינעם אָנגעזיכט פֿון טויט.

 

אין דער וואָך וועלן מיר דורכגיין אַזויפֿיל טרויער,

ביז דער לעצטער טרויער וועט זייַן אויסגעשפּט,

ביז מיר וועלן עפֿענען דעם ליכטיקן טויער

צו דער פֿרייד, וואָס אויף יענער זייַט לעבט.

 

אין איין ווינטער-טאָג גייען-אויף אַזויפֿיל זונען

און אַזויפֿיל זונען פֿאַרגייען הייַנט,

נאָר דייַן ליכט איז פֿול אין אונדזער אמונה,

ווי סע וואָלט פֿאַר אונדז זיך ערשט צעשייַנט.

 

גאָט פֿון אַבֿרהם, פֿון יצחק און יעקבֿ,

האָסט דעם שטערן וואָך אַרויסגעשיקט,

אָבער וואַרעם וועט דער שבת נאָך צאַנקען,

ביז דו וועסט אים אונדז ברענגען צוריק.

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407295

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©