אותיות - י.ה. ראַדאָשיצקי

 

אותיות ריינע, אותיות שטילע ,

פֿול מיט בּענקשאַפֿט ווי אַ תּפֿילה :

א' בּ' ג' ה' -

טרינק דאָס ליכט אַרויס פֿון זיי !

לערן זיך פֿלייֵסיק, קינד מייַנס, לערן,

וועט אין האַרץ דיר ליכט ווערן.

 

יעדער אות איז פֿול מיט וואונדער-

בּרעגנט געזאַנג און פֿרייד צו קינדער :

יעדער אות וועט דיך דערהייבּן

צו אַ ריינעם טיפֿן גלויבן –

פֿול מיט חכמה און מיט וויסן

פֿון דעם לעבּן צו געניסן.

 

א' בּ' ג' ד' ה' –

טרינק דאָס ליכט, מייַן קינד, פֿון זיי,

וועסט פֿון לערנען, רייַכער ווערן,

בּעסער ווערן, שענער ווערן :

ווי די זון גייט אויף אין שטראַלן –

וועט מיט חכמה פֿון דיר קוואַלן !

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 433465

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©