אַ יום-כיפּור מעשהלע

יהואש

 

שוין תפֿילה-זכה אָפּגעזאָגט

מיט טרערן און כוונות...

דער עולם צו כל-נדרי שוין

מאַכט זיפֿצנדיק הכנות...

דאָך ליידיק איז די מזרח-שטאָט

פֿון אַלטן רב רב ניסן ;

דער גבאי שיקט דעם שמש שנעל

די סיבה זיך דערוויסן...

 

 

מינוטן, שעהן ציען זיך

ווי קריכנדיקע שלאַנגען,

אַ וויסטע אַנגסט באַפֿאַלט די שול

און דריקט דאָס האַרץ מיט צוואַנגען.

 

דער חזן שטייט אין קיטל בלאַס

און מישט די מחזור-בלעטער...

די וואַקסליכט שפּריצן  אין דער שטיל,

די נאַכט ווערט שפּעט און שפּעטער...

 

נו, אָט איז שוין דער שמש דאָ  :

- ,,זאָגט, וואָס פּאַסירט האָט, שנעלער ?"

דער שמש סאָפּעט און דערציילט :

-,, אין שול-גאַס פֿון אַ קעלער -

דערהער איך פּלוצים אַ געזאַנג,

אַ זיס כל-נדרי ניגון,

ווי עמיצער וואָלט דאַוונענריק,

אַן עופֿעלע פֿאַרוויגן...

 

איך גיי אַראָפּ און טו אַ קוק -

איך בין פֿון שרעק פאַרגאַנגען ...

ר' ניסן שטייט און פאַרוויגט אַ קינד

מיט הייליקע געזאַנגען ...

 

די מאַמע איז אַוועק אין שול

איר האַרץ דאָרט אויסצוגיסן ,

און ס'קינד האָט, נעכעך, שרייַענדיק

די גאַל זיל אויסגעריסן ...

 

נו, קלערט איר וואָס? דער גרויסער רב,

דער גרייַז, דער עוקר הרים,

דערהערט דאָס קול און נעמט דאָס קינד

מיט ליבשאַפֿט אויפֿן אָרעם ...

 

ער האָט דאָס קליינע נפֿשל

אין טלית אייַנגעטוליעט,

און זינגענדיק כל-נדרי אים,

געניאַנשעט און געליוליעט  ..."

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407981

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©