וויגליד (1938)-אברהם סוצקעווער

 איך טו פֿאַר מייַן אוצר אַ לידעלע שפּינען,

דייַן פֿאָטער וועט ברענגען אַ ציקלייַן דערינען.

 

דאָס ציקלייַן וועט לאָכן פֿון ייִנגלעס טרערן

און ברענגען אַ בעקנברויט דיר צו געהערן.

 

אין ראסט און אין רו זאָל מייַן קינדעלע ליגן,

איך שאָקל דייַן שאָקל און טו דיך פֿאַרוויגן.

 

זייַ שלאָפֿן, דאָס מזל זאָל  זייַן דייַן באַהיטער,

עס הייַלן די הונדן דורך שוואָרצן געגיטער.

 

און דאָס איז אַ צייכן: אויף ייִדישע שטיבלעך

שוועבט אום אליהו געגיטיקט און ליבלעך.

 

ער לוישפּערט אַרייַן יעדער ייִדן אין אויער:

באַרייט זיך, דער אויסלייזער האַרט לעבן טויער.

 

באַלד רייַט ער אַלהי אויף אַ זילבערן הודער

און זאַמלט באַאיינעם דייַן שוועסטער און ברודער.

 

זייַ שלאָפֿן, צו מאָרגנס וועט ער אונדז דערפֿרייען,

מיר וועלן אים לויבן מיט פּויק און שאָלמייען!

 

דער  טייַטש פֿון די אלט-ייִדישע ווערטער:

דערמייַ - דערפֿריי

דונדער דונער

שטערק גבֿורה

פֿאַרשלונגען בעקנברויט מתּנה

שאָקל וויג

געגיטער שטאַכעטן

הודער דאָס ווייַסע פֿערד אויף וועלכן ס'וועט קומען משיח

באַאיינעם צוזאַמען

שאַלמייען פֿייַף  - אינסטרומענטן

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 409522

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©