יאַנקעלע
טעקסט און מוזיק : געבירטיג מרדכי [1877-1942]
שלאָף זשע מיר שוין, יאַנקעלע, מייַן שיינער,
די אייגעלעך, די שוואַרצינקע מאַך צו,
אַ יינגעלע, וואָס האָט שוין אַלע ציינדעלעך,
מוז נאָך די מאַמע זינגען אייַ-לי-ליו ?
אַ יינגעלע, וואָס האָט שוין אַלע ציינדעלעך,
און וועט מיט מזל באַלד אין חדר גיין,
און לערנען וועט ער חומש און גמרא,
זאָל וויינען ווען די מאַמע וויגט אים אייַן ?
אַ יינגעלע, וואָס לערנען וועט גמרא,
אָט שטייט דער טאַטע, קוועלט און הערט זיך צו.
אַ יינגעלע, וואָס וואַקסט אַ תּלמיד-חכם,
לאָזט גאַנצע נעכט דער מאַמען נישט צו רו ?
אַ יינגעלע, וואָס וואַקסט אַ תּלמיד-חכם,
און אַ געניטער סוחר אויך צוגלייַך,
אַ יינגעלע, אַ קלוגער חתן-בחור,
זאָל ליגן אַזוי נאַס ווי אין אַ טייַך ?
נו, שלאָף זשע מיר, מייַן קלוגער חתן-בחור,
דערווייַל ליגסטו אין וויגעלע בייַ מיר-
ס'וועט קאָסטן נאָך פֿיל מי און מאַמעס טרערן
ביז וואַנען ס'וועט אַ מענטש אַרויס פֿון דיר.