הער נאָר, דו שיין מיידלעלע,
הער נאָר דו פֿייַן מיידעלע,
וואַס וועסטו טאַן אין אַזאַ ווייַטן וועג ?
- אין וועל גיין אין אַלע גאַסן,
און וועל שרייַען: וועש צום וואַשן !
אבי מיט דיר צוזאַמען זייַן!
הער נאָר, דו שיין מיידלעלע,
הער נאָר דו פֿייַן מיידעלע,
וואַס וועסטו עסן אין אַזאַ ווייַטן וועג ?
- ברויט מיט זאַלץ וועל איך עסן,
טאַטע-מאַמע וועל איך פֿאַרגעסן.
אַבי מיט דיר צוזאַמען.
הער נאָר, דו שיין מיידלעלע,
הער נאָר דו פֿייַן מיידעלע,
אויף וואַס וועסטו שלאָפֿן אין אַזאַ ווייַטן וועג ?
- איך בין נאַך אַ יונגע פֿרוי,
איך קען שלאַפֿן אויף אַ בינטל שטרוי,
אבי מיט דיר צוזאַמען זייַן !
הער נאָר, דו שיין מיידלעלע,
הער נאָר דו פֿייַן מיידעלע,
מיט וואַס וועסטו זיך צודעקן אין אַזאַ ווייַטן וועג ?
-דער טוי פֿון הימל, וועט מיך צודעקן,
די פֿייגעלך וועלן מיך צודעקן,
די פֿייגעלך וועלן מיך אויפֿוועקן,
אבי מיט דיר צוזאַמען זייַן !