אונטער ביימער
ווערטער : משה אוישער [1906-1956] Moyshe Oysher
מוזיק : אלכסנדער אָלשענטסקי [1892-1946] Alexander Olshanetsky
אונטער ביימער וואַקסן גראָזן,
אייַ-לו-לו-לו-לו,
און די בייזע ווינטן בלאָזן,
שלאָף זשע, זונעניו.
זיץ, מייַן קינד, ניט בייַ דעם פֿענצטער,
ווייַל דו קענסט דעם ווינט דערפֿילן,
און איך וויל נישט, דו, מייַן שענסטער,
זאָלסט חלילה זיך פֿאַקילן.
הימל איז שוין כמאַרנע-שוואַרץ,
פּונקט אַזוי ווי דאָ בייַ מיר אין האַרץ.
אונטער ביימער וואַקסן גראָזן,
אייַ-לו-לו-לו-לו,
און די בייזע ווינטן בלאָזן,
שלאָף זשע, זונעניו.
אייַ-לו-לו, אייַ-לו-לו,
שלאָף זשע, מייַן קינד, אוי, האַרץ מייַנס,
אייַ-לו-לו, אייַ-לו-לו,
בלייַב מיר געזונט.