אביבה ברלינסקי־טל : שירתה של מלכה חפץ־טוזמאן, מונוגרפיה, אוניברסיטת בר־אילן, 2000 - 359 עמודים
ווי אַזוי ביסטו קלוג געוואָרן, מאַמע
וווּ האָסטו, מאַמע, גענומען די קלוגשאַפט די שטילע? אַלץ ווייסט דײַן שטילינקער בליק.
אויף דײַנע ליפּן רוט כּסדר אַ סוד אינעם קנופּ פֿון דײַן שווײַגן - עפּעס אַן אמת אַ שטומער וואָס קינדער גרויסע, קינדער אַלטע זײַנען אַלץ צו יונג צו וויסן?
ניין. איך פֿאָרש ניט, מאַמע. איך ווער זיך קעגן דײַן אַלווייסנדיקן בליק וואָס האָט שוין, דוכט מיר, אונטערגעצויגן דײַן סך־הכּל.
הינטערווײַלעכץ איז דאַרום דײַן רחמנות אויף מיר. ס’טוקט זיך פֿון אונטער דײַן שמייכל און בייגט די אַקסל מיר אײַן, מאַמע.
יעצט אַז איך האָב זיך אַליין דערקליבן צו דײַן שמייכלענדיקן זיפֿץ איז מיר אויך שוין שווער צו ליבן, מאַמע. און דאָס האָב איך דערוווּסט זיך איינינקע אַליין. . . און שמייכל שוין צו אַלץ ווי דו. נאָר ניט קלוג בין איך, ניט קלוג.
ווי אַזוי ביסטו קלוג געוואָרן, מאַמע?
אַ ביסעלע בין איך נאָך ווי דער טאַטע: שרײַען וויל איך, שרײַען הויך „אוי וויי און טאַטע זיסער”. נאָר קיין מאָל, דוכט מיר, וועל איך ניט ווי ער פֿאַרטרוילעך ליגן מיט די ליפּן בײַ די קליינינקע צוויי יודן און קיין מאָל ניט ווי ער מיט פֿאַרמאַכטע אויגן צערטלען דעם „שדי”. לידער,1949